Yudit FAQ

Languages

The FAQ below is expected to detect your browser language.

You can override this by selecting from the following list of language codes:

Bulgarian (bg), Czech (cs), German (de), English (en), Spanish (es), Finnish (fi), Hungarian (hu), Italian (it), Japanese (ja), Korean (ko), Russian (ru), Serbian (sr), Telugu (te), Vietnamese (vi), Yiddish (yi), Chinese/Hongkong (zh)

Yiddish FAQ

יוניקאָד װאָרטירער "יודיט" FAQ 
‏===========================
װערסיע: 2.9.2
מחבר: גאַספּאַר סינײַ <gaspar (at) yudit.org>
טאָג: טאָקיאָ, 2006-05-21
איבערגעזעצט: רפֿאל פֿינקל <raphael (at) cs.uky.edu> 

פֿ'1: װי אַזױ קען איך נאָכאַמאָל זען די-אָ FAQ?
ע'1: שרײַב  help אין באַפֿעל־אָרט.  איר קענט ענלעך באַקומען אַ פּרוּװ-זײַטל מיט אַרײַנשרײַבן test אין באַפֿעל־אָרט.  מען קען אַרײַנשרײַבן howto japanese און howto configure צו באַקומען די אינסטרוקציע זײַטן.

פֿ'2: פֿון װאַנען קען איך באַקומען דערהײַנטיקונגען?
ע'2: פֿון .http://www.yudit.org/

פֿ'3: איך האָב געדריקט אױף save קנעפּל, אָבער גאָרניט פּאַסירט.  פֿאַרװאָס?
ע'3: יודיט פֿאַרמאָגט אַ באַפֿעל-שורה (אונטן). מסתּמא דאַרפֿט איר נאָר דריקן די קלאַװיש enter.

פֿ'4: װאָס באַדײַט דאָס קנעפּל Line break אױבן אױף רעכטס, װאָס װײַזט געװײנטלעך Unix?
ע'4: צום סוף פֿון אַ שורה זײַנען כּלערלײ קאָדן אין פֿאַרשידענע אָפּעריר-סיסטעמען. יודיט לאָזט איר זאָלט קענען אַרײַנמישן פֿאַרשידענע פֿאָרמען אין אײן טעקע, כאָטש ס'איז ניט קײן גוטע עצה.  אָט זײַנען די קאָדן:
 UNIX='\n'
 DOS='\r\n'
 MAC='\r'
 LS = U+2028 יוניקאָד שורה ענדונג
 PS = U+2029 יוניקאָד פּאַראַגראַף ענדונג

פֿ'5: װי קען איך זען אַ רשימה פֿון אַרײַנשרײַב קאָדן (-e ברירות)?
ע'5: שרײַב man uniconv אָדער uniconv -h אין אַ "שעל" (באַפֿעל) פֿענצטער.

פֿ'6: װי קען איך צולײגן מײַן קלאַװיאַטור אַרײַנשרײַב טעקע?
ע'6: קען זײַן אַז יענע טעקע געפֿינט זיך שױן אין /usr/share/yudit/data אױב אַזױ, דאַרפֿט איר איבערװאַנדלען די kmap טעקע אין אַ my טעקע:
mytool -type kmap -kmap My.kmap -rkmap My.kmap  -write My.my
דערנאָך דאַרפֿט איר איבערציען ~/.yudit/data צום אָרט My.my אַזױ:
cp My.my ~/.yudit/data
זײַט אַזױ גוט און שיקט מיר אײַער kmap טעקע איך זאָל קענען אַרײַנשטעלן אין קומענדיקער אױסגאַבע.  נאָך פּרטים װעגן kmap טעקעס קען מען זען אין /usr/share/yudit/doc/keymap-format.txt די קװאַל-פֿאָרעם פֿון יענע kmapען װאָס קומען מיט יודיט זײַנען אין /usr/share/yudit/src/.

פֿ'8: װי קען איך צושטעלן אַ TrueType שריפֿט?
ע'8: אָדער לײג אַרײַן אַ צובינד (symbolic link) אָדער די שריפֿט אַלײן אין /usr/share/yudit/fonts און לײג צו דער שורה editor.fonts.TrueType אין /usr/share/yudit/config/yudit.properties.

פֿ'9: צי װעט אַרױס אַמאָל אַ מיקראָסאָפֿט-פֿענצטער װערסיע?
ע'9: יודיט ניצט אַן אַבסטראַקטן פֿענצטער פּראָגראַמװאַרג.  אַזױ איז מעגלעך איבערצוברענגען יודיט אין פֿאַרשידענע קאָנטעקסטן, װי, למשל, svgalib. איך האָב אַלײן איבערגעפֿירט צוליב מײַן פֿרױ יוקאָ אין דעצעמבער, 2001; דאָס איז געװען מײַן ערשט און לעצט מאָל אָנצוטאַפּן מיקראָסאָפֿט פֿענצטער.

10פֿ': װי גוט איז יודיט װי אַ יוניקאָד װאָרטירער?
10ע': איך האָב זיך געמיט פֿאָלגן דעם יוניקאָד סטאַנדאַרט װען נאָר מעגלעך. עס זײַנען אָבער דאָ פּישטשעװקעס װאָס מען קען זען אין /usr/share/yudit/doc/HOWTO-bidi.txt בפֿרט בנוגע צװײקאַנטישקײַט. 

11פֿ': איך האָב געשריבן דרײַ טעקעס אין דעם באַפֿעל-שורה, אָבער בלױז אײנע לאָזט זיך װײַזן.
11ע': זײ געפֿינען זיך נאָך אין געשיכטע רשימה. אין באַפֿעל-אָרט, אָדער איר קענט אַרײַנקלאַפּן "פֿײַל אַרױף" (Ctrl-k) אָדער "פֿײַל אַראָפּ" (Ctrl-j) אַדורכצובלעטערן די טעקע געשיכטע.

12פֿ': װאָס זײַנען די הײס־קלאַװישן?
12ע': דו קענסט זען דאָס רובֿ.  דאָס געלע מכשיר פּינטל װײַזט זײ אונטערגעשטראָכן.  דאָס רובֿ פֿון זײ גײען אי מיט איבערשטעל־קלאַװיש און אי מיט אַלט'־קלאַװיש.  דער אַרײַנשטעך־גרײט װאָרטירער האָט דערװײַל די דאָזיקע טײַטשן:
Esc: פֿאַרקער צװישן באַפֿעל און װאָרטיר מאָדע.
Home: צו אָנהײב שורה
End: צו סוף שורה
b: אַרױף מיט אײן זײַט
f: אַראָפּ מיט אײן זײַט
k: אַרױף מיט אײן שורה
n: אַראָפּ מיט אײן שורה 
h: לינקס
l: רעכטס
m: מעק אָפּ גאַנצע שורה
x: מעק אָפּ אױסגעקליבענע טעקסט
v: קלעפּ צו פֿריִערדיקן אױסקלײַב
אױב מען דריקט meta בשעת מען פֿאַררוקט דעם אָרט־װײַזער, װעט מען אױסקלײַבן טעקסט.  אַ טאָפּל־שנאָל מיט דעם מײַזל קלײַבט אױס אַ װאָרט; דרײַפֿאַכיק־שנאָל קלײַבט אױס אַ שורה.

13פֿ': װי קען איך לײענען די אינהאַלט פֿון אַ בינאַרישער קלאַװיש-דעפֿיניציע (keymap) טעקע?
13ע': מען קען אַרױסברענגען אַזױ:
mytool -my /usr/share/yudit/data/GreekBible.my -convert mys -write GreekBible.mys

14פֿ': װי קען איך  גיך אַרײַנקלאַפּן אַ יוניקאָד אות?
14ע': בײַט די אַרײַנשרײַב פֿאָרעם צו יוניקאָד, קלאַפּ אַרײַן uxxxx אָדער Uxxxxxxxx װוּ x איז אַ נומער אין העקסידעצימיש.

15פֿ': װי קען איך איבערבײַטן טעקסט?
15ע': אין באַפֿעל-אָרט שרײַבט אַזױ: replace old-text new-text

16פֿ': װוּ קען איך געפֿינען די האַנטשריפֿט־אַרײַנשטעל אופֿן?
16ע': גיב אַ שנאָל אױף דער בלױער פֿײַל (אַרײַנשטעל אופֿן).  בינד האַנטשריפֿט צו יענע פֿון די פֿונקציע קלאַװישן.

17פֿ': װי קען איך אױסלעשן סינטאַקס־פֿאַרשטאַרק?
17ע': אין באַפֿעל־שטח טיפּיר אַרײַן syntax none.  די פּאַסיקע ברירות װײַזן זיך אין טעות־שטח אױב דו װעסט נאָר אַרײַנטיפּירן syntax.  אַזױ קען מען אױך באַשטעטיקן אין צופּאַס־טעקע.

18פֿ': װי קען איך אױסלעשן װאָרט־שאַר?
18ע': אין באַפֿעל־שטח טיפּיר אַרײַן wordwrap false.  מען קען אָנצינדן אױפֿסנײַ מיט wordwrap true.  אַזױ קען מען אױך באַשטעטיקן אין צופּאַס־טעקע.

END

Gáspár SINAI
Tokyo, 2012-09-11

Made With Yudit Valid XHTML 1.0 Strict Valid CSS!